chiddush logo

שיחת מוסר נדירה של ר' ירוחם המשגיח של ישיבת מיר (1 תגובות לחידוש זה)

נכתב על ידי יונתן שטנצל, 8/7/2016

 

שיחת מוסר נדירה שנמצאה  של   ר' ירוחם המשגיח של ישיבת מיר בליטא

בכתביו של מזכה הרבים רבי שלמה שטנצל זצ"ל

ליל ש"ק דברים, תרפ"ה.

(שמוס מר' ירוחם (משגיח דמיר)

די אלע רייד וואס מיר האבען גירעדט, שטייט דאס אין חז"ל מלה במלה, מיר זאגען שטענדיג, אז ווען פון אונזערע רייד (מיר רייכדען דאך מי יודע וואס) איז ווען א' מענש זאל מער נישט אוועקטראגען ווי וואס פאר א' יסוד גדול דאס איזלערנען תורה, חז"ל – דברים כפשטן, אבער טאקי וואס מער כפשטן איז דאס שוין גענוג פאר א' מענשען, קען ער שוין אפלעבן א' לעבען מי דעם, אבער דאס צי איז ניט צו פועל'ן ביי א' מענשען בשום אופן, מען איז איינגעווינט מיט די אלטע גרייזען נאך פון חדר, נעכער גייט מען צו די חז"ל, ציהט מען צו דעם חז"ל די אלטע גרייזען, פארשטייט מען שוין וואס מען קען אנזאגען איז חז"ל. ווען א' מאנש איז אבער זוכה אז הער קען לערנען דברי חז"ל כפשטן, איז רעכט אז די גרעסטע שלמות האט ער שוין זוכה געווען, והבן.

מיר האבען גערעדט, אז עם איז דא א' מציאות של מציאות, און די מציאות ליגט נישט אונטער שינויים, ניט באו ועגליך – קרקע דלא נידי, "ומצאת את לבבו נאמן לפניך", און עם איז דא א' היפוכדיגע מציאות, א' מציאות פון ניט מציאות של העדר וחסרון, און די מציאות איז בבחינת נכסי דניידי, שקר אין לו רגלים, גאר באו ועגליך ניט גישטאנען איף איין ארט - "והרשעים כים נגרש, השקט לא יוכל, ויגרשו מימיו רפש וטיט".

חז"ל זאגען: כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, שנאמר: ועמך כולם צדיקים לעולם ירשו ארץ", עולם הבא רופט שזיך אן "ארץ", כי הסוד של עולם הבא הוא מנוחה, ארניט באו ועגליך, בבחינת ארץ "נצר מטעי", און דער סוד פון כלל ישראל איז "נצר מטעי" ער איז א' נטיעה – נטוע אין ארץ, מחובר ומושרש, ניט צו רירען פון ארט, איצט, וואלן מיר שוין פארשטיין דאם ענין פון מנוחה, אז דער גאנצער סוד פון עולם הבא איז נאר מנוחה "נצר מטעי", נטוע ומושרש זיין, - א' מחובר דיקער ניט באו ועגליך, ומעין עולם הבא יום שבת מנוחה – שבת איז אהבת הבריות, גיט ארויס פון מנוחה, נדבה נייט ארוים פון מנוחה, אין ניט קיין מנוחה קען קיין אהבת הבריות ניט זיין, פון ניט קיין מנוחה קען קיין נדבה ניט זיין בשום אופן, פון ניט קיין מנוחה גיט ארויס שנאת הבריות. מנוחת אמת ואומונה, אמת ואמונה איז דאס פון סוד המנוחה, ניט באווגלאך, היפך ון שקר אין לו רגים, דארטן איז דוין איינמאל באווגלאך. מנוחת שלום ושלוה השקט ובטח, מנוחה שלימה שאתה רוצה בם – אזא סוד מנוחה פאדערט זין שבת קודש: שלום ושלמה השקט ובטח יכיר וידעו כי מאתך היא מנוחתם ועל מנוחתם יקדישו את שמך".

דעם אלטענ'ס ז"ל טעכטער איז גיעווען בא א' פרופסור, האר ער איר אנגעזאנגט, אז צו איהר מחלה איז פון די הויפטזאכן: זיין רוהיק, מנוחה, קיין אויפרעגונג ניט האבען, האט זי דאס בשמחה דערצילט דעם אלטען, אז דוקטורירים היילען אויך מיט מנוחה. האט ער געזאגט צו איהר: האסטו איהם געדארפט פרעגען: אבער זאגט מיר מיין ליבע פרופסור, גוט. מען דארף מנוחה, אבער ווי אזוי קומט מען צו די מנוחה, ווי אזוי איז מען רוהי"ק? דאם איז א' געוואלדיגער שארפער בקורת, כמעט אלע גרויסע דוקטורים היילין מער מיט רוחניות, זיי געבען א"דייטע"

מנוחה, ניט זיין אין כעס, קיין אופרע גונג ניט האבען, זאל מען זיי טאקע פרעקן: ווי אזוי איז דאם? דאם איז דער גרעסטע ראיה אויף תורה מן השמים.

לפי דברינו הנ"ל אז דער סוד פון שבת קודש איז, אז א' מענש זאל צו קומען צו מנוחה, און פארא מנוחה – מנוחת שלום ושלוה השקט ובטח – מבהיל! ניט קיין באוועגונג, ממש ביז חז"ל זאגען: ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך ל- כאילו כל מלאכתך עשויה. א' מענש דארף פאהרען, דארף מאן – דארף שבת זיין אלץ ווי אפגעטאן, ווי ער האט שוין קיין זאך ניט. אזא סוד המנוחה, היינט ווי קומט דאס א' מענש צו? ווי איז מען אבער רוהיק?

דער בורא הנפש, כביכול, ואם ער וויס וואס פארא עיקר גדולמנוחה איז, אז סאס איז דער תכלית האדם, און ער ווייס ביז וענען מנוחה דערלאנגט, וואס עם איז מטריד א' מענשען. האט ער איינגעארדענט א"דייטע" אויף מנוחה, און דאס איז די גאנץ "הלכות שבת" אלע ל"ט מלאכות ואביזריי הו, וועט ער סוף כל סוף צו קומען צו מנוחת שלום ושלוה השקט ובטח, ער וועט שוין בליבען א' נטוע ומחובר דיגער, ניטקיין באוועגליכער, אז א' מענש איז זיך מתבונן ווי ער וועט באוועגט פון א' מלאכה "ומצוא חפציך ודבר דבר" - : "דבר אסור הרהור מותר", ווי ער וועט א' צוטרייסלער ממש פון דבור, פארטייט ער גאנץ גוט אז "דבור אסור און הרהור מותר", פארשטייט מען אויך אזז דאס איז מער ניט די לעצטע אקטאווע אין למעשה (הערת המעתיק: כלומר שפחות מזה אי – אפשר, ככל דיני התורה) – אבער הרהור איז אויך אסור, ווארום ווי שטימט דאס הרהור מותר מיט'ן כל מלאכתך עשוי'? – כאילו כל מלאכתך עשויה איז דער טייטש: הרהור אסור. בורר און נאך אזעלכא מלאכות האבען דאך מסתמא שייכות מיט מנוחה, אוןמער ווי תורה מן השמים קען אזא מין דייטע ניט געבען, בשום אופן, דאס איז דער סוד פון "שבת" און "הלכות שבת", וזה יסוד כל התורה כולה, דער סוד פון כל התורה איז מער ניט תורה, דברי תורה דאס איז אזא "דיעטע" אריינצופירען דעם מענשען מאכען אים פארא נטיעה, פאר א' מחובר דיגער, ער זאל ניט זיין באוועגלאך, ניט זו רירען פון ארט. ווערען א' "נצר מטעידיגער" – וכמה נעשו דברי חז"ל מילה במלה זאגען זייד אס, דאס איזו ואס מיר זאגען, אז מעדארף לערנען חז"ל כפשטן. איתא במדרש נשא ד': דברי חכמים כדרבנות! למה נמשלה דברי תורה כדרבן? לומר לך: מה הדרבן הזה מכוון את הפרה לתלמיה, אף דברי תורה מכוונים את לב לומדיהם מדרכי מות לדרכי חיים" – דארף מען דאס פארשטיין, פשוט ווען א' מענש זאל זיך אננעמען אין דברי חכים און נאך זיי, האטש ער ווייס גארניט, וועט ער שוין צו קומען צו דרכי חיים. כ' האב אמאל געדארפט אראפגיין פון פערטען אטאזש, און עם גיווען פינסטער, היינט ווי טרעפט מען די וועק? מען דארף דאך כמה מאל זך אויסדרייען אויף די טרעפ? אבער עם איז דא א' פארענצע, נעמט מען זיך אן, און מען דרעפט שוין. אזוי איז דער סודפון דברי חכמים. "אי מה הדרבן הזה מטלטל אף דברי תורה מטלטלין? תלמוד לומר: וכמסמרות נטועין – האב איך קיין מאל ניט געווסט ואס ווילען דא חז"ל, וואס הארט מיר אז דברי תורה זענען מטולטלין. אבער ווי מירר יידען, פארשטיין מיר שוין פשוט, דאס זאגען אונז חז"ל דעם סוד פון דברי תורה! דער סוד פון דברי תורה איז אז זיי זיינען נטועין, דאס איז דער סוד פון נטיעה - "נצר מטעי", עם מאכט דעם מענשען פאר אומבאווגלעך, (וכפירוש הנ"ל עיי"ש במדרש באריכות.

"ולמה נמשלו לנטיעה  מה נטיה שרשיו משתרשים לכל מקום, כך דברי תורה נכנסים לכל הגוף, וכמסמרות – לא אמר כמסמרות קבועים אלא נטועים, למה? – מפני שמה דברי תורה כמסמרות, והמסמר שיש לו שושנה נוח לשלוף, לכך אמר כמסמרות נטועים שרשים של אילן הנטוע קשה לעקור, ולמה נמשלו דברי תורה כמסמר לפי שהמסמר של ברזל שיש לו שוה אע"פ שקשים ליער, אבל אין להם כח ככח של ברזל, לכך נאמר וכמסמרות נטועים ליתן לדבר תורה כח של ברזל במטעי שרשו של אילן, וזהו סוד של תורה ודברי תורה – וואס זיי מאכען דעם מענשען פאר א' נטיעה, פאר א' מחובר, פאר ניט באוועגלעך, און דער היפוך איז אין יענעם זייט איז דער סוד וואס ער וועט פון ייעדער מעשה שוין איינמאל באוועגלעך פאלירט אין גאנצע דעם חבור. "וילכו אחר ההבל ויהבלו" כמוהם יהיו עושיהם", אז מיר זאגען "דבור אסור" ווייל דבור איז א' סוד וואס צוטריכיסעלט שוין איינמאל דעם מענשען, פארשטייט מען אז לאו דוקא דבור, און וואס איז א' קוק? דאם צוטרייסלט ווייניק? – דאס רייסט אויס א' מענשען ווייניק פון זיין מקום חבור? עם איז רעכט אז מיר זיינען זיך א' גאנצען טאג עוסק נאר אין אויס ווארלען זיך, מען איז זיך נאר עוסק אין אויסצורייסען די שורשים – היינט פון וואנעט זאל מען האבען עפעס א' חבור? ה' ירחם! וזהו כל עבודת האדם: ווערן א' מחובר, ווערן א' "נצר מטעי", ווערן א' נטיעה לעולם ירשו ארץ – זהו עולם הבא. ופי' הנ"ל.

 

חומר זה מכתביו והועתק ע"י הגאון רבי שלמה שטנצל זצ"ל בעת לימודיו בישיבת באר יעקב מחברו הגאון רבי אורי וייסבלום שליטא שהעתיק מהמשגיח רבי שלמה וולבה זצ"ל שהעתיק מהר"ר איסר מאלין שהעתיק מכתבי: זיידל מפיעסק).

להקדשת החידוש (בחינם!) לעילוי נשמה, לרפואה ולהצלחה לחץ כאן
חולק? מסכים? יש לך מה להוסיף? חווה דעתך על החידוש!
דיונים - תשובות ותגובות (1)
FlakY (8/7/2016)
נשמח לתרגום לשפת הקודש
ציורים לפרשת שבוע